די קינדער־קאָנווענץ

Barnkonventionen på jiddish - för barn och unga

די קאָנווענץ פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער לגבי די רעכט פֿון קינדער, אויך גערופֿן די קינדער־קאָנווענץ, איז אָנגענומען געוואָרן אין יאָר 1989. די קינדער־קאָנווענץ נעמט אַרײַן רעכט וואָס דאַרפֿן זײַן גילטיק פֿאַר יעדן קינד. זי איז חל אויף יעדן איינעם ביז 18 יאָר אין וואָסער לאַנד ער זאָל נישט וווינען אָדער באַזוכן. דאָס באַטײַט אַז סײַ קינדער סײַ יוגנטלעכע ווערן אָנגערופֿן "קינדער" אין דער קינדער־קאָנווענץ.

שוועדן איז מחויבֿ צו טאָן אַל דאָס מעגלעכע כּדי אָנצוּווענדן דאָס וואָס שטייט אין דער קינדער־קאָנווענץ. די געזעצן און תּקנות פֿון שוועדן, צום בײַשפּיל, דאַרפֿן זײַן אין הסכּם מיט די רעכט אָנגענומען אין דער ��אָנווענץ. שוועדן דאַרף זאָרגן דערפֿאַר, אַז מען זאָל נישט פֿאַרגעסן אין די קינדעררעכט, נאָר זיי אָפּהיטן אומעטום טאָג־טעגלעך אין דער געזעלשאַפֿט. די רעגירונג דאַרף אויך זאָרגן דערפֿאַר, אַז סײַ קינדער און סײַ דערוואַקסענע זאָלן וויסן וואָס עס זײַנען די קינדעררעכט.

די רעכט ווערן פֿאַרשריבן אין אָפּשניטן וואָס הייסן "פּאַראַגראַפֿן". אין דער קינדער־קאָנווענץ זײַנען פֿאַראַן 54 פּאַראַגראַפֿן. פֿון זיי האָבן 41 אַ דירעקט שײַכות מיט רעכט. די איבעריקע פּאַראַגראַפֿן רעדן וועגן ווי אַזוי די פֿאַרשיידענע לענדער וועלן אָנווענדן די קינדער־קאָנווענץ. 

די פּאַראַגראַפֿן 2, 3, 6 און 12 ווערן אָנגערופֿן די אייבערשטע פּרינציפּן פֿון דער קינדער־קאָנווענץ. די דאָזיקע פּאַראַגראַפֿן וועלן אײַך דינען פֿאַר אַ הילף צו פֿאַרשטיין די אַנדערע פּאַראַגראַפֿן. אַלע פּאַראַגראַפֿן אין דער קינדער־קאָנווענץ זײַנען פֿאַרבונדן איינע מיט די אַנדערע.

די קינדער־קאָנווענץ

השפּעה

12. דו האָסט דאָס רעכט אויסצודריקן דײַן מיינונג לגבי אַלע פֿראַגעס וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דיר. די דערוואַקסענע מוזן דיך אויסהערן און זיך רעכענען מיט דײַנע מיינונגען. ווען אַן אינסטאַנץ אָדער אַ געריכט זאָרגט אָדער נעמט אָן באַשלוסן פֿאַר דיר, דאַרף מען דיר דערמעגלעכן אויסצודריקן דײַן מיינונג לגבי דעם.

13. דו האָסט דאָס רעכט זיך פֿרײַ אויסצודריקן. דאָס באַטײַט, אַז דו האָסט דאָס רעכט צו זוכן, צו באַקומען און איבערצוגעבן אינפֿאָרמאַציע און געדאַנקען.

14. דו האָסט דאָס רעכט צו טראַכטן און אַרויסצוברענגען וואָסער נישט איז מיינונג. דו האָסט דאָס רעכט צו לעבן לויט דײַן וועלטבאַנעם און זיך אָנצושליסן אין אַ רעליגיע לויט דײַן וווּנטש. דײַנע עלטערן מעגן דיך פֿירן מיט עצות, אָבער קיין מאָל נישט באַהערשן דײַנע מחשבֿות.

15. דו האָסט דאָס רעכט צו ווערן אַ מיטגליד אין אָרגאַניזאַציעס און זיי ווידער צו פֿאַרלאָזן. דו מעגסט אויך אָנטייל נעמען אין באַגעגענישן, כּל־זמן זיי זײַנען רויִקע.

 

אידענטיטעט

7. דו האָסט דאָס רעכט צו באַקומען אַ נאָמען און צו זײַן אַ בירגער פֿון אַ לאַנד. דו האָסט אויך דאָס רעכט, ווי ווײַט דאָס איז מעגלעך, צו וויסן ווער עס זײַנען דײַנע עלטערן און צו באַקומען אַ גוטע באַהאַנדלונג פֿון זיי.

8. דו האָסט דאָס רעכט אויף דײַן אייגענער אידענטיטעט. די אידענטיטעט נעמט אַרײַן די בירגערשאַפֿט אין דײַן לאַנד, דײַנע נעמען און דײַנע משפּחה־באַציִונגען. אין פֿאַל ווען מען האָט דיך באַרויבט פֿון דײַן אידענטיטעט, דאַרפֿסטו קענען באַקומען הילף כּדי זי אויפֿצוקלערן.

 

גלײַכקייט

2. די קינדער־קאָנווענץ גאַראַנטירט אײַך און אַלע ַאַנדערע קינדער רעכטגלײַכקייט און אַ גלײַכן זעלבסטווערט. עס איז פֿאַרווערט דיך צו דיסקרימינירן לגבי דײַן מיטמענטש. דאָס באַטײַט אַז קיינער האָט נישט דאָס רעכט דיך צו באַהאַנדלען ערגער ווי אַן אַנדערן. עס איז פֿאַרווערט דיך צו דיסקרימינירן אָדער דיך צו באַשטראָפֿן צוליב דײַנע עלטערן אָדער צוליב עפּעס וואָס דײַנע עלטערן האָבן געטאָן.

23. אויב דו ביסט אַ בעל־מום, פֿיזיש אָדער גײַסטיק, האָטסו אויך דאָס רעכט אויף אַ גוט לעבן. ווי יעדער איינער קומט דיר זיך צו פֿילן שטאָלץ און זעלבסטזיכער. מע דאַרף דיר דערמעגלעכן צו זײַן אַקטיוו אין דער געזעלשאַפֿט. דו האָסט דאָס רעכט אויף אַ באַזונדערער באַהאַנדלונג און אַ צוגאָב־שטיצע.

30 אויב דו געהערסט צו אַ מינאָריטעט־גרופּע אָדער צו אַ לאָקאַלער באַפֿעלקערונג, האָסטו דאָס רעכט צו ניצן די שפּראַך, קולטור און רעליגיע וואָס דו האָסט בשותּפֿות מיט דער דאָזיקער גרופּע.


וווילזײַן
3. ווען דערוואַקסענע נעמען אָן באַשלוסן אין שײַכות מיט קינדער, דאַרפֿן זיי עס טאָן פֿון זייער טובֿה וועגן. דאָס באַטײַט אַז די דערוואַקסענע מוזן תּמיד האָבן אין זינען דײַן ווויל און ווי אַזוי דער באַשלוס קען משפּיע זײַן אויף דיר. דו דאַרפֿסט באַקומען דעם נייטיקן שוץ און די געהעריקע באַהאַנדלונג לויט דײַנע באַדערפֿענישן. אויך ווען דער שייכדיקער באַשלוס ווערט אָנגענומען לגבי מער ווי נאָר איין קינד, דאַרפֿן די דערוואַקסענע האָבן אין זינען דאָס ווויל פֿון אַלע קינדער.

6. דו האָסט דאָס רעכט צו לעבן און זיך צו אַנטוויקלען. דײַן לאַנד דאַרף טאָן אַלץ וואָס עס קען כּדי דיר דאָס צו דערמעגלעכן.

22. אויב דו קומסט אין אַ לאַנד ווי אַ פּליט, אַליין אָדער צוזאַמען מיט עמעצן, קומט דיר צו קריגן שוץ און הילף. מען דאַרף דיר אויך העלפֿן ווידער פֿאַראייניקט צו ווערן מיט דײַן משפּחה.

24. דו האָסט דאָס רעכט צו זײַן אַזוי געזונט ווי מעגלעך. ווען דו ווערסט קראַנק, האָסטו דאָס רעכט אויף מעדיצינישער באַהאַנדלונג און אויף אַ טעראַפּיע כּדי געזונט צו ווערן. דו האָסט אויך דאָס רעכט געשיצט צו ווערן קעגן טראַדיציאָנעלע מינהגים וואָס קענען דיר שאַטן.

25. אויב מען האָט דיך געשטעלט אונטער השגחה כּדי דיך צו שיצן אָדער כּדי דיר צוצושטעלן אַ מעדיצינישע באַהאַנדלונג, האָסטו דאָס רעכט צו בעטן, די באַהאַנדלונג זאָל קאָנטראָלירט ווערן, אַז זי זאָל דורכגעפֿירט ווערן ווי צום בעסטן.

26. דו האָסט דאָס רעכט אויף סאָציאַלער זיכערקייט. אויב נייטיק דאַרף דיך די געזעלשאַפֿט באַזאָרגן מיט אַן אָרט צום שלאָפֿן, מיט עסוואַרג און בגדים.

27. דו האָסט דאָס רעכט צו לעבן אויף אַן אופֿן וואָס זאָל דיר דערמעגלעכן זיך צו אַנטוויקלען פֿיזיש, פּסיכאָלאָגיש, גײַסטיק, מאָראַליש און סאָציאַל. די הויפּט־פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט טראָגן דײַנע עלטערן, אָבער ווען זיי נייטיקן זיך אין הילף דאַרף מען זי זיי צושטעלן. 

39. אויב מען האָט דיך אויף וועלכן נישט איז אופֿן פֿאַרנאַכלעסיקט, אויסגעניצט אָדער אַטאַקירט, האָסטו דאָס רעכט צו באַקומען הילף כּדי זיך ווידער צו פֿילן גוט. דאָס איז חל אויך ווען מען האָט דיך געפּײַניקט, זיך מיט דיר געפֿירט אַכזריותדיק, אוממענטשלעך, ביטולדיק אָדער אויב מען האָט דיך באַשטראָפֿט אָדער אויב דו האָסט אָנטייל גענומען אין אַ מלחמה.


שוץ

11. דו טאָרסט נישט אַריבערגעפֿירט ווערן אין אַן אַנדער לאַנד אָן דער הסכּמה פֿון דײַנע ביידע עלטערן.

16. דו האָסט דאָס רעכט זיך צו שיצן קעגן אַן אומלעגאַל אַרײַנדרינגען אין דײַן פּריוואַט לעבן. דאָס איז שייך דײַן הויז וווּ דו וווינסט און וווּ דו פֿאַרברענגסט. קיינער טאָר למשל נישט לייענען דײַן בוך אָדער דײַן טאָגבוך אָן דײַן הסכּמה. דאָס איז חל אויך אין אַנדערע סיטואַיציעס אין וועלכע מען באַניצט זיך מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן דיר. קיינער טאָר נישט שעדיקן דײַן כּבֿוד אָדער דײַן גוטן נאָמען. דאָס געזעץ דאַרף דיך גוט שיצן קעגן דעם סאָרט אַרײַנדרינג.

19. דו האָסט דאָס רעכט געשיצט צו ווערן פֿאַר וואָסער נישט איז סאָרט געוואַלד, פֿיזישער און גײַסטיקער, פֿאַר אָפּגעלאָזנקייט, אַגרעסיווקייט, פּײַניקונג, און פֿאַר יעדן אַנדערן אויסניץ.

32. מע דאַרף דיך שיצן פֿאַר מעגלעכע אַרבעטן וואָס קענען דיר שאַטן און וואָס האַלטן דיך אָפּ פֿון לימוד און שול אָדער שטערן דיר אין דײַן אַנטוויקלונג. מען טאָר דיך אויך נישט אויסניצן פֿינאַנציעל, למשל: אַז אַ מענשט זאָל פֿאַרדינען געלט פֿון דײַן אַרבעט, נישט באַצאָלנדיק דיר קיין שום געהאַלט.

33. די איינצלנע לענדער זײַנען פֿאַראַנטוואָרטלעך, דיך צו שיצן פֿאַר דעם באַניץ פֿון פֿאַרשיידענע דראָגן. די לענדער דאַרפֿן זאָרגן, מע זאָל דיך נישט אויסניצן בײַם פּראָדוצירן און פֿאַרקויפֿן דראָגן.

34. דו האָסט דאָס רעכט אויף שוץ קעגן יעדן סאָרט סעקסועלן אויסניץ און קעגן סעקסועלע אַטאַקעס. מע דאַרף דיך, למשל שיצן פֿאַר פּראָסטיטוציע און פּאָרנאָגראַפֿיע.

35. מע טאָר דיך נישט אַריבערפֿירן קעגן דײַן ווילן אין אַן אַנדער אָרט אָדער דיך פֿאַרקויפֿן. דײַן לאַנד דאַרף זען, אַז אַזוינס זאָל נישט קענען געשען.

36. דו האָסט דאָס רעכט אויף שוץ קעגן יעדן סאָרט אויסניץ, וואָס קער דיר שאַטן.

37. מע טאָר דיך נישט פּײַניקן אָדער זיך פֿירן מיט דיר אַכזריותדיק. מע טאָר דיך נישט פֿאַרמישפּטן צום טויט אָדער צו תּפֿיסה אויף אַ גאַנץ לעבן. ווען מען אַרעסטירט דיך, זעצט דיך אײַן אין תּפֿיסה אָדער פֿאַרשפּאַרט דיך קעגן דײַן ווילן, דאַרף דאָס זײַן דער לעצט מעגלעכע לייזונג און אויף אַ מינימאַלער צײַט. מען דאַרף זיך תּמיד באַציִען צו דיר מיט דרך־ארץ און דו האָסט דאָס רעכט נישט צו זײַן צווישן דערוואַקסענע. דו האָסט דאָס רעכט צו זײַן אין פֿאַרבינדונג מיט דײַן משפּחה בשעת דײַן זײַן אין תּפֿיסה. דײַן פֿאַל דאַרף באַהאַנדלט ווערן ווי צום גיכסטן. די רעכט וואָס עס טיילט דיר צו די קינדער־קאָנווענץ זײַנען חל אויך ווען דו ווערסט געהאַלטן געפֿאַנגען קעגן דײַן ווילן. 

38. אויב דו ביסט ייִנגער פֿון 15 יאָר דאַרף מען דיך שיצן פֿאַרן יעדן אָנטייל אין אַ מלחמה. אויב דו ביסט אַ געליטענער פֿון אַ מלחמה מוז מען דיר גאַראַנטירן שוץ און די נייטיקע באַהאַנדלונג.

40. אויב מען איז דיך חושד אַז דו ביסט באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן קעגן דעם געזעץ אָדער אויב מען האָט דערוויזן אַז דו ביסט טאַקע באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן קעגן דעם געזעץ, דאַרף מען זיך צו דיר באַציִען מיט דרך־ארץ. די אינסטאַנצן און אינסטיטוציעס וואָס וועלן זײַן מיט דיר אין פֿאַרבינדונג במשך דעם יורידישן פּראָצעס מוזן זײַן צוגעפּאַסט צו דיר. דו האָסט דאָס רעכט צו באַקומען הילף פֿון אַ מומחה אין יורידישע ענינים. דײַן פֿאַל דאַרף באַהאַנדלט ווערן אַזוי גיך ווי מעגלעך. מע טאָר דיך נישט צווינגען צו דערציילן וואָס דו ווייסט אָדער זיך מודה זײַן אין עפּעס וואָס דו האָסט נישט געטאָן.


משפּחה

5. דײַנע עלטערן טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דיר. זיי דאַרפֿן דיר געבן עצות און הדרכה אין דעם וואָס דו טוסט לויט דעם וואָס עס דערלויבט דיר די קינדער־קאָנווענץ.

9. קיינער האָט נישט דאָס רעכט דיך פֿונאַנדערצושיידן פֿון דײַנע עלטערן, אַחוץ ווען דאָס איז נייטיק פֿאַר דײַן טובֿה וועגן. למשל, דאָס קען זײַן נייטיק ווען דײַנע עלטערן זאָרגן נישט ווי געהעריק פֿאַר דיר. דו האָסט דאָס רעכט זיך צו טרעפֿן מיט ביידע עלטערן, סײַדן ווען דאָס וואָלט דיר געקענט שאַטן.

10. אין פֿאַל ווען דו און דײַנע עלטערן ווילן זיך ווידער פֿאַראייניקן נאָך אַ צעשיידונג, דאַרף באַשטיין די מעגלעכקייט צו באַקומען הילף דערבײַ. ווי ווײַט מעגלעך דאַרף די דאָזיקע הילף דיר געגעבן ווערן אין דעם לאַנד וווּ דו וווינסט.

18. דײַנע עלטערן טראָגן אַ בשותּפֿותדיק אַחריות פֿאַר דײַן דערציִונג און אַנטוויקלונג. זיי דאַרפֿן קלערן פֿון דײַן טובֿה. אויב דײַנע עלטערן נייטיקן זיך אין הילף, דאַרף די געזעלשאַפֿט זאָרגן אַז זיי זאָלן זי טאַקע קריגן, למשל אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מעדיצינישער באַהאַנדלונג אָדער אַ קינדער־גאָרטן. 

20. אין דעם פֿאַל ווען דו קענסט נישט בלײַבן בײַ דײַן משפּחה, האָסטו דאָס רעכט צו באַקומען אַ באַזונדערע באַהאַנדלונג און הילף. דו האָסט דאָס רעכט באַהאַנדלט צו ווערן אויף אַן אופֿן וואָס איז פּאַסיק פֿאַר דיר.

21. די לענדער וואָס דערלויבן אַדאָפּטירונג דאַרפֿן זאָרגן דערפֿאַר, אַז די אַדאָפּטירונג זאָל דורכגעפֿירט ווערן ווי געהעריק און אויף דעם בעסט מעגלעכן אופֿן פֿאַר דיר. די לענדער דאַרפֿן זיך תּמיד פֿירן לטובֿת דיר.


אינפֿאָרמאַציע

17. דו האָסט דאָס רעכט צו וויסן וואָס עס טוט זיך אין דײַן לאַנד און אויף דער וועלט, אויף אַזאַ אופֿן וואָס דו זאָלסט קענען פֿאַרשטיין, למשל דורך צײַטונגען אָדער טעלעוויזיע. די אינפֿאָרמאַציע וואָס דו וועסט באַקומען דאַרף דיר העלפֿן זיך צו אַנטוויקלען און צו לעבן געזונט.


חינוך
28. דו האָסט דאָס רעכט אויף בילדונג. מע מוז דיר דערמעגלעכן זיך צו לערנען אין אַ מלוכישער שול בחינם.

29. מע דאַרף דיר דערמעגלעכן זיך צו אַנטוויקלען אין כּלערליי אַספּעקטן אין אַ שול. מע דאַרף דיך צוגרייטן אויף אַן אַחריותדיק לעבן אין אַ פֿרײַער געזעלשאַפֿט. דו דאַרפֿסט זיך אויך לערנען צו האָבן דרך־ארץ פֿאַר פֿרײַהײט און פֿאַר מענטשנרעכט, פֿאַר דײַנע עלטערן, דײַן קולטור און פֿאַר פֿרעמדע קולטורן, ווי אויך דרך־ארץ פֿאַר דער נאַטור.

שפּיל, פֿרײַצײַט, קולטור און אָפּרו
31. דו האָסט דאָס רעכט אויף פֿרײַצײַט, שפּיל און אָפּרו. דו האָסט דאָס רעכט אָנטייל צו נעמען אין קולטורעלע און קינסטלערישע אַקטיוויטעטן. 


וועגן די קינדער־קאָנווענץ

1. די קינדער־קאָנווענץ איז חל אויף יעדן איינעם אונטער 18 יאָר אַלט. אין דער קינדער־קאָנווענץ ווערן סײַ קינדער און סײַ יוגנטלעכע באַצייכנט מיטן נאָמען "קינדער".

4. אַלע לענדער דאַרפֿן טאָן אַלץ וואָס זיי קענען כּדי אָנצוּווענדן די רעכט אָנגענומען אין דער קינדער־קאָנווענץ. דאָס הייסט, אַז זיי דאַרפֿן תּמיד פּרוּוון אָנצוּווענדן אַלץ וואָס שטייט געשריבן אין דער קינדער־קאָנווענץ. 

41. אינעם פֿאַל ווען דײַן לאַנד טיילט דיר שוין צו מער אָדער בעסערע רעכט ווי די וואָס ווערן אויסגערעכנט אין דער קינדער־קאָנווענץ, גילטן די געזעצן און תּקנות פֿון דײַן לאַנד.

42. דײַן לאַנד מוז זאָרגן דערפֿאַר, אַז סײַ קינדער און סײַ דערוואַקסענע זאָלן זיך באַקענען מיט דעם וואָס עס שטייט אין דער קינדער־קאָנווענץ.