Om Barnombudsmannen på jiddisch
וועגן דעם אָמבודסמאַן פֿאַר די קינדער
אין ��וועדן איז דאָ אַן אָמבודסמאַן פֿאַר אַלע קינדער און יוגנטלעכע אונטער 18 יאָר. די רעגירונג נאָמינירט דעם אָמבודסמאַן און ער פֿירט אָן מיט דער רעגירונגס־אינסטאַנץ אונטערן טיטל — דער אָמבודסמאַן פֿאַר די קינדער.
אַן ערך 20 מענטשן אַרבעטן בײַ דעם אָמבודסמאַן פֿאַר קינדער איבער די רעכט פֿון קינדער און יוגנטלעכע. מיר
קאָנטראָלירן ווי די קינדער־קאָנווענץ אַרבעט אין דער געזעלשאַפֿט, שטעלן צו אינפֿאָרמאַציע וועגן איר און לייגן פֿאָר ווי צו בײַטן די געזעצן און תּקנות אין שוועדן, כּדי זיי צוצופּאַסן צו דער קינדער־קאָנווענץ.
דער אָמבודסמאַן פֿאַר קינדער איז אין פֿאַרבינדונג מיט קינדער און יוגנטלעכע און ער פֿאָרשט וואָס זיי טראַכטן אין שײַכות מיט פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען. די באַקומענע אינפֿאָרמאַציע וועגן ווי אַזוי קינדער און יוגנטלעכע באַנעמען און פֿאַרברענגען זייער טאָג־טעגלעך לעבן, ווערט איבערגעשיקט די וואָס נעמען אָן באַשלוסן אין די לאָקאַלע אָדער רעגיאָנאַלע אינסטאַנצן, צו פֿאַרשיידענע אינסטאַנצן, און אויך צו דער רעגירונג און דעם פּאַרלאַמענט.
דער אָמבודסמאַן פֿאַר די קינדער דאַרף:
* רעפּרעזענטירן די רעכט פֿון קינדער און יוגנטלעכע.
* דערמוטיקן דעם אָנווענד פֿון דער קינדער־קאָנווענץ.
* קאָנטראָלירן דעם אָנווענד פֿון דער קינדער־קאָנווענץ.
* צושטעלן אינפֿאָרמאַציע און אויפֿהאַלטן אַן עפֿנטלעכן דיאַלאָג.
* פֿאַרסך־הכּלען די אינפֿאָרמאַציע וועגן די לעבנס־באַדינגונגען פֿון די קינדער און יוגנטלעכע.
* אויספֿירן אינטערנאַציאָנאַלע אינפֿאָרמאַציע־אויסטוישן וועגן דער קינדער־קאָנווענץ.
דער אָמבודסמאַן פֿאַר די קינדער
פּאָסטאַדרעס: Box 22106, 104 22 Stockholm
אַדרעס אויף וויזיטן: Norr Mälarstrand 6
טעלעפֿאָן: 08-6922950
פֿאַקס: 08-6546277
בליצפּאָסט: info@barnombudsmannen.se
וועבאָרט: www.barnombudsmannen.se